יידיש/גירסה 1
מתוך איןציקלופדיה
ייִדיש (ארויסרעד: yidish אָפֿט גערופֿן מאַמע לשון) איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט דורך 1.5 מיליאָן מענטשן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.
במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער גערעדטער לשון פון א הייפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער גערעדטער לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די לענדער וואס יידן האבן עמיגרירט אהין פון אייראפע. אין יענע תקופה האט יידיש באנוצט ווי א גערעדטע שפראך, און לשון קודש נאר צו דאוונען און לערנען, אבער אנהייב דעם 20סטן י"ה האט אויפגעלעבט דעם לשון קודש ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעיִש. ווען העברעיש האט אנגעהייבן ניצן ווי א גערעדטע שפראך, האט העברעיש באנוצט ווי א העכערע ליטערארישע און מאדערנערע שפראך, און יידיש האט באנוצט ווי א פאלקס שפראך. זע מער: שפראכן קריג.
בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן י"ה, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מע האט גערעדט דייטשיש, אבער אין מיזרח אייראפע האבן יידן ממשיך געווען זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.
פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן ייִדן גערעדט ייִדיש ווי זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן ייִדיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ישראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז ייִדיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען חרדים.
די ייִדישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז ייִדיש קומט פֿון דייטשיש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין ייִדיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.
במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.
דער ערשטער אידיאם אויף ייִדיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב
תוכן עניינים |
[עריכה] תקופות פון דער שפראך
די יידישע שפראך באשטייט פון 3 גרונד-תקופות:
- אלטיידיש - פון 1000 ביז 1400 יארהונדערט.
- מיטל יידיש - פון 1400 ביז 1800 יארהונדערט.
- מאדערנע יידיש - זינט 1800 יארהונדערט.
- אלטע זאכן - פון 1800 ביז 2300 יארהונדערט.
[עריכה] היינט צוטאג
היינט צוטאגס רעדן אסאך מענטשן יידיש אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל, ענגלאנד, קאנאדע, אבער אלס א מאמע שפראך, איז עס נישט אנגענומען נאר ביי די פרומע חסידישע קרייזן.
כאטש וואס היינט הערט זיך יידיש אלס גאר אן אלט מאדישע שפראך, אבער אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנע קולטור (ליטעראטור, פארשטעלונגען, דיכטונגען, טעאטער און נאך).
[עריכה] דיאלעקטן
אין יידיש איז דא דריי הויפט דיאלעקטן: ליטווישע יידיש, פוילישע יידיש און אסט-גאליציאנער יידיש. היינטיגע כלל אידיש איז געשטעלט בעיקר אויף די ליטווישע יידיש, מיט א געענדערטער הברה און מיטן גראמאטיק פון פוילישער יידיש.
[עריכה] שרייבן יידיש
יידיש איז בעיקר געשריבן געווארן מיט לשון־קודשדיקע אותיות (א"ב), אזוי ווי לאדינא און אנדערע שפראכן פון יידן, ווייל דאס איז געווען די שריפט וואס יידן האבן געקענט. לעצטנס האבן אנגעהויבן צו לערנען יידיש מענטשן וואס קענען נישט קיין א"ב. אחוץ דעם, די ערשטע קאמפיוטערס האבן נישט געהאט קיין מעגלעכקייט צו ווייזן א, נאר דעם רוימישן אלפאבעט. צוליב דעם האט ייוו"א ערפינדן א סיסטעם פון ראמאניזאציע, ד.ה. אויסלייגן יידיש אויף א לאטיינישע שריפט.
א סך יידיש רעדערס אין די היינטיקע טעג זענען פרומע יידן וואס זענען נישט באקאנט מיט ייווא אויסלייג און שרייבן און לייענען א מצומצדיקע יידיש געמישט מיט ענגלישע אדער העברעישע ווערטער מיט יידישע אותיות.
אויך זענען דא ענגליש רעדערס וואס מישן אריין ווערטער פון יידיש אין זייער שפראך; דאס איז באקאנט ווי יינגליש.
[עריכה] צייטונגען און זשורנאלן
- דער איד (וואכענטליך, זאליס)
- אידישע טריבונע (לאנדאן)
- דער אלגעמיינער זשורנאל (וואכענטלעך, רעדאקטאר איז חבד)
- דער בלאט (וואכענטליך, ארונים)
- דער בליק (חודשליך, זאליס)
- פארווערטס (וואכענטליך, סאציאליסטן, יידישיסטן)
- מעלות (חודשליך, פרויען און קינדער)
- דער שטערן חודשליך, ארונים)
- דאס אידישע ליכט וואכענטליך, ירושלים)
- די צייטונג נייעס באריכט (וואכענטליך, סאטמאר דעמאקראטן)
- דער פלאם (חודשליך, קרית יואל, ארונים, איצט פרובירן זיי צו זיין אומפארטייאיש)
- צייטשריפט (אומפארטייאיש)
[עריכה] זעט אויך:
- יידישע דיאלעקטן.
- יידיש גראמאטיק.
- שפראכן קריג ווי אזוי איז יידיש פארגעסן געווארן ביי פיל יידן אין דער 20סטער י"ה.


